Sunday, July 13, 2008

קוידערוועלש КОЙДЕРВЕЛЬШ

בערל קאָטלערמאַן



קוידערוועלש

אָדער

דער בייזער מארשאלעק

(פראגמענט פון דער גראָטעסק-נאָוועלע)



ברוכים הבאים מענער און פרויען
דאס נייע ביכעלע אנטשויען
איין מעשה נפלא

ק ו י ד ע ר וו ע ל ש

קליין און גרויס, קלוג און דול
יעדער וועט מיט לאכן פול
און א ביסל מוסר לערנען
ווי עס האט דא אויסגעטראכט
ניט געשלאפן טאג און נאכט
אייער דינסט און אייער פריינט
דער וואס שרייבט מיט לינקער האנט
און איז אייך שוין לאנג באקאנט


פה ק"ק דעופרים
בשנת תשס"ז ליהודים


קוידערוועלש האָב איך זיך אויסגעלערנט בייַם זיידן ע"ה, ווען מיר האָבן זיך געדרייט אויפן טייַך. מיר האָבן געוואוינט אינעם פאַרוואָרפענעם ישוב אַמורזעט לעבן דער כינעזישער גרענעץ. דאָרטיקע זקנים האָבן געהאַט אַ מאָדנע געוואוינטקייט צו ריידן צווישן זיך אויף יענעם אוראַלטן לשון. ס'איז אַרומגעגאַנגען אַ קלאַנג, אַז דער נאָמען פונעם ישוב אַליין, אין וועלכן ס'האָט זיך קלאָר געהערט עפּעס זאַטס און לאַנדווירטשאַפטלעכס, האָט אויך געשטאַמט פון יענעם לשון. נאָר קיינער האָט ניט געקענט דערקלערן זייַן אמתע משמעות. דער זיידע מיט נאָך עטלעכע פרייַנד זייַנע האָבן געהאלטן אין איין כאַפּן פיש אויפן טייַך גאַנצע וואָכן, און ווען איך בין אַ ביסל אונטערגעוואַקסן, האָבן זיי אָפט מסכּים געווען מיך מיטצונעמען. איך געדענק וואונדערלעך קלאָר דעם צעבראָכענעם שליאַך, וואָס פאַרענדיקט זיך פּלוצים בייַם שאַרף־אָפּגעריסענעם ברעג פונעם פול־ברייטן טייַך. אָט דאָס בילד האָט בייַ מיר תמיד פאַרכאַפּט דעם אָטעם: נאָר וואָס האָבן מיר זיך געטרייסלט אינעם שמאָלן אויטאָ איבער די קאָלדאָבינעס פאַרבייַ דעם הויכגראָזיקן פעלד און פּלוצים – שוין: עס יאַווען זיך די בלויע כוואַליעדיקע רחבות, אין וועלכער עס שפּיגלען זיך אָפ פרילינגדיקע וואָלקנס, וואָס יאָגן זיך אין הימל ווי פאַנטאַסטישע חיות. און אויפן צווייטן ברעג – די וואַלדיקע סאָפּקע, האלב־וועלט די גרייס, ווי עס האָט מיר דעמלט געדאַכט, מיטן הויכן ראַדיאָטורעם אויפן סאַמע שפּיץ. די סאָפּקע האָט מען געקענט זען אויך פונעם ישוב, אָבער דאָ האָט זי זיך אַרויסבאַוויזן אין איר גאַנצער פּראַכט. מאָדנע, ס'איז מיר קיינמאָל ניט אייַנגעפאַלן אַרויפצוקריכן אויף איר. אפשר צוליב דעם וואָס די דערוואַקסענע פלעגן באַטראַכטן זי מיט גאָר גרויס שווייַגעוודיק אָפּשיי?
אויפן פישפאנג־אָרט פלעג יעדערער צוטרעטן צו זייַן פליכט: אַרייַנשלאָגן פלאָקנס פאַר דער ביידל, צונויפקלייַבן טרוקענע צווייַגן פאַרן שייַטער, צעלייגן ווענטקעס, האָקנדלעך, זינקלייעלעך, לאָקערלעך און צעוויקלען נעצן. איך בין געווען דער בעל־הבית איבער דער "פראָש" - א קליינע לופט־פּאָמפּע, וואָס מ'האָט מיט איר הילף אָנגעבלאָזן די גומענע שיפלעך. די אַרבעט איז געווען גרינג און פריילעך. איך האָב געמוזט שפּרינגען מיט צוויי פיס אויף דער "פראָש", וועלכע האָט געטריבן לופט דורך דער קישקע צו דעם שיפל־קערפּער וואָס האָ געהאַלטן אין איין וואַקסן ווי אויף טייג. איך האָב געהאַלטן אין איין שפּרינגען און שפּרינגען, ביז דער זיידע האָט גענומען פאָכען מיט די הענט מיר אין פּנים שטאַמלענדיק זייַן באליבטן כישוף־שפּרוך: "שאַ, סעטיצאַכיישעך!" מייַן אויער האָט געהאט אַרויסגעכאַפּט פון דעם שפּרוך דווקא אַ רוסיש וואָרט "פּטיצא", פויגל, און איך פלעג מאָמענטאל ווערן צוגעשמידט צו דעם אָרט, האָבנדיק מורא פאַר זייַן אימהדיקן פויגל. ער האָט זיך מיר אויסגעמאָלט ווי אַ מין קוידערוועלשער "עוף־החול", נאָר שרעקלעכער.
דער אמתער פישפאַנג הייבט זיך אָן ווען ס'ווערט שוין חושך. דאַן שטעלט מען נעצן פון שיפלעך ממש אינמיטן דעם שנעלן שטראָם. דאָס געזעץ פאַרווערט כאַפּן פיש מיט נעצן, און מיר האָבן זיך באַנוצט מיט זיי בגניבה. בייַטאָג פלעגן מיר מערסטנס ליגן בייַם שייַטער, עסן, טרינקען (איך פלעג באַקומען, פאַרשטייט זיך, בלויז לימאָנאַד) און שמועסן. יענע טעג מיטן זיידן און זייַנע חברים בייַם טייַך האָבן פאַרזייט אין מיר מייַנע גאַנץ אויבערפלעכלעכע קוידערוועלש קענטענישן. אמת זאָגנדיק, נישט אַלץ האָב איך תופס געווען אין זייערע רייד. וואָרשיינלעך, גאָר עלעמענטאַרע זאַכן זענען צו מיר גאָרניט אויסגעמיטן דערגאַנגען. אַזוי אַשטייגער, נישט אינגאַנצן פארשטענדלעך איז מיר געווען, פארוואָס דער געהיימנישפולער טייַך סמבטיון, וואָס פליסט דאָך ערגעצוואו ווייַט, האָט זיי אזוי פעסט פאַרהאַקט דעם וועג אויף צוריק צו זייערע נאָסטאלגישע זשיטאָמירן, קאַמענצעס און ביאַליסטאָקן. פון צייַט צו צייַט, ווערנדיק שטאַרק אויפגעלייגט, פלעגן זיי אָנהייבן גאָר מאָדנע שפּילן. אַמאָל, געדענקט זיך מיר, האָבן זיי אויסגעקייַקלט פון טרוקענע גראָזן אַ ליאַלקע אין גרייס פון אַ מענטשל. די ליאלקע, וואָס זיי האָבן זי אָנגערופן "האָמין", האָבן זיי אָנגעטאָן אין אלטע צעריסענע הויזן, אַ העמד און אָנגעהויבן זי אריבערוואַרפן איינער דעם צווייטן מיט געלעכטער. דערנאָך האָבן זיי אויסגעמייסטרעוועט צווישן צוויי ביימער א מין תליה און אויפגעהאָנגען דעם "האָמינען" נעבעך. די ליאַלקע האָט זיך געדרייט אויפן ווינט ביזן אָוונט, דאַן האָט מען זי אַריינגעוואַרפן אין שייַטער אַרייַן.
ווען דער זיידע פלעג זיך פאַרטראַכטן האָט ער געהאַט אַ טבע צו מאָלן מיט אַ האָקן אויפן נאַסן זאַמד פירקאנטיקע געקינצלטע אותיות. אויפשריפטן אויף קוידערוועלש האָבן זיך אויך געפונען אויף די שטיינערנע מצבות, צעוואָרפענע דאָ און דאָרטן לענגויס די ברעגן פון אונדזער טייַך. ווען מיר זענען פאַרבייַגעשוואומען אַנטקעגן זיי אין די שיפלעך, פלעגן די דערוואַקסענע כסדר זיך אָפּווענדן אין אַן אַנדער זייַט און עפּעס מורמלען אונטער דער נאָז. די מצבות זענען געווען פאַרדעכטיק ענלעך אויף אַ שטיוול. ווען אַ שטראָם פלעג אונדז אמאָל צויאָגן נענטער צום ברעג, האָט מען געקענט דערזען אויף די אָפּגעשיילטע פון דער נאַסקייט שטיינער פון די "שטיוולען" צוויי באַשטענדיקע סימנים, פון וועלכע איינער איז געווען ענלעך צו א מענטשלעכן אויער און דער צווייטער – צו דער מצבה אַליין. דער זיידע האָט מיר דערקלערט, אַז אָט די סימנים לייענט מען אויף קוידערוועלש "פ" און "נ", הייסט עס "פּה נקבר..." – "דאָ איז באַגראָבן..." מיט א געהיימען קול האָב איך עס איבערדערציילט די קינדער פון אונדזער הויף (וועלכע האָבן טאַקע אָפט אויסגענוצט די צוויי אותיות פאַר אַוועקצושיקן איינער דעם אַנדערן וואו דער שוואַרצער פעפער וואַקסט), נאָר זיי האָבן מיך אָפּגעלאַכט.
מייַן קינדישער זכרון האָט אייַנגעזאפּט אַלץ ווי אַ שוואָם, און באַלד האָב איך שוין געקאָנט דורכלייענען די קעפּלעך אין דער היגער קוידערוועלשער צייַטונג, וואָס האָט זיך ספּעציאַליזירט אויף די פראַגעס פון לאַנדווירטשאַפט, פישפאַנג און פיצוכט און געווען פאַרשפּרייט אומזיסט אין קראָמען, וואו מ'פלעג געוויינלעך אייַנוויקלען אין איר פיש און אַנדערע פּראָדוקטן.
קיינער בייַ אונדז האָט קיינמאָל ניט געפירט קיין חקירות איבער דעם אָפּשטאַם פון קוידערוועלש, און איך בין תמיד געווען זיכער, אַז דאָס איז אַ גאַנץ לאָקאַלע דערשייַנונג. אויך שפּעטער, שוין נאָך מייַן פאַרלאָזן דעם ישוב, האָב איך מער ניט געהערט די דאָזיקע שפּראַך.
See the full text

Labels: , , ,

0 Comments:

Post a Comment

<< Home