Friday, March 17, 2006

בירע-בידזשאן: בראשית




צום 70יאָריקן יוביליי פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט

גֵּר הָיִיתִי בְּאֶרֶץ נָכְרִיָּה
שמות ב, כ"ב
פיר דורות זענען געבוירן געוואָרן זינט דעמאָלט, און קיינער געדענקט ניט מער, וויאזוי מיר זענען געקומען צו דעם לאנד. און עס איז געווען בלויז זיבן יאָר נאָך דעם, ווען די קינדער פון כמעל האָבן ווידעראמאָל אומרחמנותדיק געשאָכטן און געברענט אונדזערע זקנים, נשים און טף און פארצויגן א פּעטליע איבער אונדזערע האלדזן. און מיר האָבן ניט געוווּסט, וווּהין צו אנטלויפן, וואָרעם איבעראל זענען מיר געווען פרעמדע. און מיר האָבן זיך אָנגעטשעפּט אָן דער וווילטעטיקייט פון די עכּו"ם-הערשער, וואָס האָבן גערוט נאָך פארפאָלגונגען און רדיפות, און אזוי איז געווען: מען האָט געשיקט מרגלים קיין ווייַטן מזרח אויסצופאָרשן דאָס לאנד, און צווישן זיי מבינים אין וואסערן און ווינטן, אין פרוכט און חיות - צוועלף אין דער צאָל. און דאָס לאנד איז געווען אָן א נאָמען, ווייַל מיט קיין זאך האָט עס זיך ניט אויסגעצייכנט און קיינער האָט ניט געטראכט צוצואייגענען אים א באזונדערן נאָמען. זיבן וואָכן זענען זיי ארומגעגאנגען ארום דעם לאנד, אויספאָרשנדיק, צי עס איז פעט אדער מאָגער, און וועלכע ביימער זענען דערינען, און וואָס דאָס פאָלק איז, וואָס וווינט דערויף. און זיי זענען ארויפגעגאנגען דעם וועג פון צפון-מערב צו דרום-מזרח, און זיי האָבן אויסגעפאָרשט דאָס לאנד פון איין עק ביז דעם צווייטן. און זיי האָבן געזען א ווילדן, אָבער א רייַכן קאנט, וואָס איז געלעגן פאר זייערע אויגן צווישן בערג, ווי אויף א דלאָניע. און זיי זענען דערגאנגען ביז דעם מעכטיקן טייַך, וואָס פירט זייַנע וואסערן פונעם לאנד צין, און קליינצאָליקע ישובים פון אורמענטשן האָבן זיי געזען אויפן וועג. און עס איז געווען זומער, און די טעג זענען די ביכּורים-טעג פון פלוימען, און עפּלען, און מאלינעס, און ווייַמפּערלעך, און ווייַנטרויבן, און דער ריח פון האָניק-גראָזן שטייט אין דער לופט. און זיי האָבן זיך צוריקגעקערט פון אויספאָרשן דאָס לאנד אינעם ענד פון זיבן וואָכן, און זיי האָבן דערציילט דער הייליקער געמייַנדע און אירע מנהיגים, און אזוי געזאָגט: "מיר זענען געקומען צו דעם לאנד, וואָס איר האָט אונדז אהינגעשיקט, און עס איז אזוי: דער וועטער דאָרטן איז הארט, א סך גנוס, די וועגן זענען צעשטערט און די וואלדשטעגן זענען פארלאָזט. אָבער מיר האָבן אויך געזען פילע טייַכן, געדיכטע וועלדער, הויכע בערג און ברייטע טאָלן, און די אלטבאזעסענע מענטשן דאָרטן זענען קליין אין צאָל". און זיי האָבן געוויזן די פרוכט פון דעם לאנד, וואָס זיי האָבן צוריקגעבראכט מיט זיך, און האָניק, און היילגעווירצן, און דעם ווונדערלעכן פיש, וואָס יעדעס יאָר, שוין טויזנטער יאָרן נאָכאנאנד האלט אין איין צוריקקומען פון ימען אָפּצולייגן רויג אין דאָרטיקע טייַכן. און די הייליקע געמייַנדע און אירע מנהיגים, אויסהערנדיק די רייד פון די מרגלים, האָבן ניט געוווּסט, צי זיי זאָלן זיך קימערן, צי זיי זאָלן זיך פרייען. און זיי האָבן געוואָרפן אויף דער לינקער וואָגשאָל דעם וועטער, דעם גנוס, די וועגן און די וואלדשטעגן, און אויף דער רעכטער וואָגשאָל די טייַכן, די וועלדער, די בערג און די טאָלן. און די וואָג האָט גענומען זיך וואקלען און האָט זיך אָפּגעשטעלט גלייַך אינדערמיט. און זיי האָבן צוגעגעבן צו דער רעכטער וואָגשאָל די וווילטעטיקייט פון די עכּו"ם-הערשער - און עס האָט זיך אראָפּגעלאָזט די רעכטע וואָגשאָל. און עס האָבן זיך אהינגעצויגן פון אלע עקן וועלט די פרעמדע - בעלי-מלאכות און סוחרים, בעלי-עגלות און שוחטים, לערער און מוליער. און זיי זענען געקומען צום לאנד, און האָבן זיך צעפליסט צו זייערע משפּחות און אויך איינציקווייַז איבער ערדטיילן. און די ערדטיילן זענען געווען ווייַט צעשפּרייט איינער פון דעם אנדערן, און זיי האָבן ארומגעצייכנט די גרענעצן פון דעם ביז איצט נאָמענלאָזן לאנד, און אינעווייניק האָבן געשטראָמט, ווי בלוט אין אָדערן, מענטשן, בהמות און כּלים. און עס זענען צונויפגעקומען די פרעמדע, געאייניקט פון זייערע אוראלטע חלומות, און זיי האָבן געגעבן דעם לאנד א באזונדערן נאָמען, און דער נאָמען איז געווען: בירע-בידזשאן, לויט די טייַכן בירע און בידזשאן, וואָס פליסן אין זיין הארצן. און דער נאָמען האָט גענומען צו קלינגען אין די מקומות, ווי ער וואָלט שוין טויזנטער יאָרן געקלונגען דאָרטן אין צווייַגן-רוישן און וואסערן-מורמלען. און דער קנאלנדיקער "ריש" פון די פרעמדע האָט אים געמאכט געווירצט און ניט-דאָיק און האָט באאומרואיקט די אלטבאזעסענע אייַנוווינער, וואָס האָבן געפילט די כוואליעס פונעם אומפארשטענדלעכן, ניט-היגן ווילן. וואָרעם די האָבן נאָך אלץ געלעבט אינעם ווייַטן מזרח, און יענע - אין בירע-בידזשאן. און זיי זענען ניט געווען צוגעוווינט צו פעלד-ארבעטן און צו הארטע באדינגונגען, און א סך פון זיי האָבן ניט אויסגעהאלטן, און זיי האָבן אזוי געזאָגט: "דאָס לאנד פרעסט אויף זייַנע אייַנוווינער! פארוואָס האָט מען אונדז ארייַנגעבראכט צו דעם דאָזיקן שלעכטן אָרט?" אזעלכע זענען צוריקגעפאָרן צו די אלטע היימען אָדער האָבן זיך געלאָזט ווייַטער. און אנדערע, פון אויסגאנגלאָזיקייט אָדער פון גוטן ווילן, האָבן אזוי געזאָגט: "מיר וועלן ארויפגיין און מיר וועלן עס ירשענען, וואָרעם מיר וועלען עס געוויס בייַקומען!" אזעלכע זענען פארבליבן, און זיי האָבן געטריבן פּליטן איבער טייַכן, און באארבעט בלאָטיקע רייַז-פּלאנטאציעס, און געקאָרטשעט הונדערטיאָריקע דעמבן, און געזייט ווייַץ, און געברענט ציגל. און זיי האָבן געהאָפט, און זיי זענען געווען כחולמים, און זיי האָבן געבויט הייַזער – פאר זיך, פאר זייערע קינדער און פאר זייערע קינדס קינדער. און אזוי איז געווען, ביז עס זענען ווידער הארט געוואָרן די הערצער פון די עכּו"ם-הערשער, און עס האָט זיך אויפגעהויבן די רעכטע וואָגשאָל און עס האָט זיך אראָפּגעלאָזט די לינקע.
תמוז, תשס"ד

Labels: ,

2 Comments:

At 3/19/06, 4:03 AM, Blogger elabrek said...

כל-הכבוד! אגב, גיב א קוק ביי עלאברעק, ער לאזט דיך הארציק גריסן

 
At 10/4/08, 4:37 AM, Blogger Unknown said...

Боря, я увидел твой перевод Эмки "Шолом и Хава". А как получить оригинал? Или хотя бы его часть? Это меня попросили "что-то" из его стихов на идиш для вечера его памяти. Можешь помочь?
И вообще - пришли что-нибудь вкусное для "МЗ" и "Биробиджанцев".
Маме привет.
ЛШ

 

Post a Comment

<< Home